פיאות יריד
א קראזעל פאר יעדע קרייז'ל
אויף די ערשטע רעכטע זייט זעט מען א שארפע שטייפע טיש, גורע חסידים שטייען ארום דעם און וועלן זיך אויס פיאות, גורע חסידים הייבן אויף קאפל ביי קאפל צו זען יעדע פיAאות וויאזוי ס'איז פארקניפט פון אינטער די קאפל, מ'זעהט די מער ארויסהענגעדיגע-הויזן-פון-די-זאקן ברייטערע סארט גורע זוכן פאר די פיאות וואס האלב איז נישט אין די בינטל פון די קניפ נאר ס'הענגט ארויס, נאכדעם איז דא די מער קלאסישע גורע וואס ברויך מער א סלים פיט פיאות, ס'מוז זיין א גאר שטייפע קניפ וואס מען קען קוים עפענען נאר אויב מ'וואשט אפ די דזשעל פאר א לאנגע פאר מינוט.
אביסל ווייטער איז די סקווירא טיש. קודם זענען דא דריי גאר חשובע אינגעלייט וואס קניפן די פיאות מנופץ לשמה. ס'איז דא מער די קילערע חסידים וואס גייען אויף שבת א דינע וואכן גארטל איבער די טיש בעקיטשע זיי קויפן אויך האר ארום די פיאות אבער די מער פרומע וואס זייער פיס קלעבט צו די ווענט פון די שטיוול, זיי קויפן בהדיה נישט קיין האר ארום די מייל פון די בולעטס, דארטן איז אינגאנצן אויסגעפליקט. פאר ווער ס'האט שוין אויסגענוצט די פיאות פון פארלירן אזויפיל האר פון קניפן איז דא א וואראנטי צו באקומען נאך איין פיאות בחינם.
נאכדעם איז די סאטמארע טישל. דארט איז אינגאנצן אן אנדערע נושא. דארט פארקויפט מען סטאקס מיט שעירס, די עולם מאכט געלט דארט, צו די זייט איז דא טועמיה חיים זכו פאר אלע הונגעריגע חסידים. גראדע פארקויפט מען אויך פיאות, אבער יעדער נעמט וועלכע ס'גייט ווייל מ'איז פארנומען מיט וויכטיגערס. קיינער קימערט זיך נישט צו ס'זאל האבן א באבעל פון אויבן און זיין אונטען שיין געקרייזלט, אדער ס'זאל האבן א דענט אריין אויף די פלאץ ווי די שטריימל איז געזעצן גאנץ שבת. ס'דא וואס שטימען מיט די בארד ס'דא וואס נישט.
ארום די בעלזער טישל דרייען זיך פארשטייט זיך בעלזע וואס זוכן א מאס פיאות פאסיג פאר ארום זייער סייז אויער, ס'איז דא די פוילע וואס עסן בשעת זיי מאכן זייער פיאות מיט די אנדערע האנט, זיי לאזן אויס די אונטערשטע גראבע חלק פון די אויער זיי לייגן די פיאות איבער דעם, זיי באקומען א דיסקאונט, אבער נאר אויב מ'האט עס געקויפט אן די בארד זאל ווערן אריינגעכאפט אין די ראָל פיאות. נאכדעם איז דא די מער רואיגע נישט פוילע חברה וואס דרייען די פיאות ביז ס'זעהט אויס ווי דינע ציצית דאן איז עס ראוי לעלות על אוזן מלכים, אבער יענע פיאות קומט מיט א מורא'דיגע טעכנעלאגיע אז ווען מ'פליקט אים אראפ ווען מ'הייבט אן שמונה עשרה, האט עס א ספעציעלע 'בעלזע שמו"ע אפעקט" א דינע שטריק ווארפט זיך ווי א סלינקי מיטן ביעט פון די שאקעלדיגע בעלזער.
די באבובער טישל שטעלט צו צוקער וואסער פאר אלע חסידים. אבער ביי די באבובע טישל קויפן כמעט נישט קיין באבובע חסידים ארגינעל, נאר זיי גייען ארום זען וועלכע איז די ביליגסטע מיט זייער גאליציאנישקייט און למשל זיי קויפן סקווירא פיאות ווייל ס'איז ביליגער און פרובירן עס צו מאכן פאר באבובע, אבער ווען די קרייזל קומט נישט אויס 100 פראצענט פערפעקט ריטורנען זיי עס און זיי קויפן א באבובע פיאות פאר די פולע פרייז בלית ברירה.
פאר די ברעסלבער איז דא א לאנגע טישל צו קענען אקאמאדירן די לענג פון די ברעסלבער פיאות, מ'קען עס קויפן סתם און מ'קען אויך קויפן אין בעק פון די אויער, אבער דאס מוז זיין העווי דאָדי אז ס'זאל זיך נישט אויספליקן ווען ר' נחמן שלעפט ארויס פון גיהונם.
נאכדעם איז דא אלע סארטן קראזילדיגע פיאות ס'דא די דינע סלינקי, די דיקע צובאשעוועטע, די קליינע שיעור גרויסע פיאות, גרויסע שיעור קליינע פיאות, גראדע מיט א כוואליע פון אונטען פיאות, ווי-א-טאג פיאות, וכהנה רבות.
די העימישע איד קומט אריין אין די יריד, ער באלאנגט נישט אין ערגעץ ער גייט נישט לייגן באבובע פיאות אין בעק פון די אויערן ווייל דעמאלטס איז ער א האלבע ברעסלבער, ווידעראום די בעלזע און די גורע פיאות איז נישט דא וואס צו מאכן מיט דעם, איז געבליבן ער גייט נעמען די סקווירע פיאות און עס לייגן אויף זיין אויער. און אזוי איז באשאפן געווארן די 'קניפט פיאות'
ביי די ליטווישע טישל שטייען ליטאים און זענען עס בודק ווי לולבים, דארט איז דא די מער קלאסישע ליטוואקעס וואס קויפן איינס פאר יעדע זייט, אבער די מער צוקוועטשטע ליטאים, וואס שארן ארויף די גלעזער צום שטערן צו קענען בעסער בודק זיין די פיאות זיי קויפן צוויי פאר יעדע זייט אז האלב זאל קענען זיין אויף די אויער און די אנדערע האלב זאל קענען אראפהענגען ווען מ'קאכט אין אן עיון קוועטש. אבער די בראך איז די ליטוואקעס וואס האבן שוין געקויפט זייער פיאות און זיי גייען ארום זיכער מאכן אז יעדע קרייז האט די כשר'ע שיעור פיאות זיי זענען דן אויף געקויפטע ווי פארקויפטע אויב ס'איז כשר אדער פסול.
גלייך נעבן די ליטווישע טישל איז די בריסקער טישל, דארט איז אלע שכחה פון פאה, אלע אראפגעפאלענע האר דורכאויס די טאג, נעמט מען יעדע נאכט צוזאם און מ'שליידערט עס ארויף אויף די בריסקער טישל, יעדער בריסקער לפי מדרגתו נעמט א שייער- א בערגל וואס ליגט אויסגעווארפן אויפן טיש און דאס וועט דינען ווי פיאות. אויב ווען מ'גייט שלאפן ווערט די פיאות צוקוועטשט קען מען קויפן א שניי בלאזער און יעדע צופרי ווען מ'שטייט אויף גיבט מען עס א בלאז און עס בלאזט זיך אויף ווי א מהודר'דיגע בריסקע פיאות!
ביי די ארויסגאנג איז דא פיאות עקסעסאריס למשל "בראש השנה" א בראש וואס האלט זיך פאר א גאנצע יאר, אדער "די מדבר קעמל" א קעמל- א קאום וואס מ'דארף נישט נוצן קיין וואסער מיט עס. באבי פינס פאר באמבע פיאות און זיידי פינס פאר באָלד פיאות.


























































